מוצאי שבת קודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת קודש
נאך הבדלה זענען די בחורים - מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביים עריכת השלחן הטהור ליל שבת קודש אריין אל הקו"פ ווי דער רבי האט זיך באדאנקט און פארטיילט מטבעות.
דער רבי איז אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם דירה פון הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן ווי דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי ר' משה דוד האט אפגעקויפט א שער אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש ובני משפחתו ע"פ אמו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~