שבת קודש פרשת ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ויגש
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שמעון עוזר מיטעלמאן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אפרים משה לעווי - בני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אפרים משה לעווי.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ובני דן חושים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר הירש.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ערך ש"י - ראב"ד סיגוט וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"א טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אונגאר - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל ברא"צ בערקאוויטש, און ביי ר' שלמה ברוך טייטלבוים.
אז ביום השביעי: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:10.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ - וומ"ס.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יואל מייזליש שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא
כהן: החתן בנציון ב"ר משה כ"ץ - באווארפן.
לוי: הרה"ח ר' חיים שלום ווערצבערגער - וומ"ס.
שלישי: הר"ר יואל מייזליש שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: החתן אברהם יושע ב"ר יעקב מרדכי גראס - באווארפן.
חמישי: החתן מאיר זיידא ב"ר יואל דוד ווייס - באווארפן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שאול גרשון ווייס.
שביעי: החתן ליפא ב"ר אלעזר יוסף דייטש.
הוספות: החתן פישל ב"ר יושע צבי פריינד.
החתן ב"ר שמעון שטערן.
אחרון: החתן ב"ר יואל ראזענפעלד.
מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס.
הגבה: הרה"ח ר' אלחנן משה פעלדמאן - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישעי' רובין שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יונתן שווארץ - ב"פ.
נאכן דאווענען איז דער רבי אראפ אין 'חדר דוד' ווי עס איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט פארציילט א מעשה פונעם צאנזער רב זי"ע בענין קריאת השם,
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' פנחס בראך - מאנטריאל.
כהן: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי - בני ברק.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל ראזענפעלד - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמעון שטערן - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וישלחני אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ, און דער רבי האט ארומגערעדט אז דורך דעם וואס יוסף הצדיק האט געמאכט גדרים וסיגים אויף עריות איז מען זוכה צו די תקנה פון תשובה, אזוי ווי רש"י זאגט אין קדושים 'כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה' במילא ווען עס איז דא א גדר ערוה ווערט מען אנגעריפן 'קדוש' במילא איז דא די מליצה ישרה פון שור של הקדש שהזיק פטור.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלעזר יוסף דייטש - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי גימפל קאהן - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ליפא ב"ר אלעזר יוסף דייטש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה חיים שפיצער.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
א גוטע וואך.
~🌴~