מאנטאג נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מיכל טרעגער הי"ו.
ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו.
ב"ר מרדכי צבי לאקס הי"ו.
ב"ר שמואל שמעלקא קרויס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט פארגעשטעלט די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל וואס קומט ארויס לכבוד יו"ט שבועות,
דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א - יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פון די וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין ק"י,
דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן דיין שליט"א איבער פארשידענע מכשולות פון די פריוואטע עירובין וואס יחודים מאכן אליינס, און אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם, און עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די וועד בעה"ב וועלכע שאפן די נויטיגע פאנדן פאר די גרויסע הוצאות פון די וועד העירובין.
א גוטע נאכט.
~🌴~