זונטאג נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די היכל הישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו הרה"ק בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר ישראל משה ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון יו"ט שבועות און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 7:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה.
דערנאך ארום 7:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו - חבר הנהלת המתיבתא,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה, און פאר די רמ"י הישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א און הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וויזעל הי"ו און הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~