פרייטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג במדבר=
~ר"ח סיון~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח,
דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א וועלכע איז געקומען לייגן תפילין פאר בנו ני"ו ווי דער רבי האט פארציילט זכרונות פון די סוגיא שיעורים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווי דער רבי פלעגט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט אביו הרה"ק בעל דובר מישרים מספינקא זצ"ל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א.
ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מנהל שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די מרביצי תורה, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז שבועות עסט מען מאכלי חלב און דאס קומט אונז זאגן אז פונקט ווי מילך איז געמאכט פאר אינג און אלט און אזוי אויך איז דא ביי מילך פעטע מילך מיט וואס מען מאכט קעז, געהעריגע מילך, און שוואכע מילך, די זעלבע האט הקב"ה געגעבן די תורה פאר אינג און אלט און פאר אלע דרגות מענטשן, תלמידי חכמים, בעלי בתים, און אפילו פאר שוואכע קעפ, יעדער דארף און יעדער קען לערנען, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשוב'ע ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און מרביצי תורה.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ר"ח אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אינאיינעם מיט 'חבורת תלמידי בידו' שע"י ישיבות קטנות דסאטמאר,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די הענט כנהוג אום עש"ק,
נאכן עסן א כזית האט דער רבי אויסגעשמועסט די מנהג פון נישט ניצן קיין מעסער עש"ק און פארציילט א מעשה פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע די מנהג,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני קבלת התורה,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים ק"י,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז פון אברהם אבינו לערנט מען זיך ארויס אז טראץ וואס עבודת השם קומט נישט אייביג אן גרינג נאך אלץ דארף מען דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים פון די חבורה וואס טראץ יעדע בחור דארף הארעווען און לערנען און חזר'ן בלייבט עס אבער נאר ביים וועלן, משא"כ די בחורים גיבן אוועק זייער זייטיגע צייט צו חזר'ן און זיך פארהערן, כמותכם ירבו בישראל! און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עסקנים וואס העלפן ארויס אז די חבורה זאל קענען אנגיין און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
א גוט שבת.
~🌴~