דאנערשטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס ארום 7:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה מתלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אויף די ראצפערט גאס ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון אלע סניפים,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מנהלים און מלמדים.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו און הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלום קעלמר שליט"א - מראשי ישיבת פילידעלפיע חתן הגאון רבי שמואל קאמענעצקי שליט"א - ראש ישיבת פילידעלפיע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~