דינסטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ביקעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 6:45 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אינעם נארוואס פארענדיגטע חתונה זאל 'גינת אסתר' בבנין הבית רחל 'בנין ריספלער' אויף סענפארד וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פראכטפול און מלכות'דיג מיט שטוינענד ביליגע תקנות פרייזן לטובת אנ''ש לצמצם ההוצאות החתונה, נדבת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה - ראה"ק דקהלתינו הק' ויבדלחט"א זוגתו החשובה מרת ריספלער תחי' ובנם הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן זאל און אין אלע שטובער אין באגלייטונג פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם זאל,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האט דערביי איבערגעגעבן א פלעק פארן חשוב'ן נדבן בשם די הנהלת המוסדות,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגעריפן דער חשוב'ע נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט רגשי לבבו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר אלע זיינע קינדער, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה פון אלע אנשי שלומינו מיטן באנייען דעם חתונה זאל, און מזכיר געווען לטובה הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה וועלכע האט מנדב געווען דעם בנין הבית רחל וואס איז זיכער פאר אים א טובת נשמה אז עס וועט געפראוועט ווערן שמחות פאר ביליגע פרייזן, און די זעלבע פאר בנו הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט מוסיף געווען א סכום גדול צו קענען פארטיגן דעם זאל ברוב פאר והדר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען די עסקנים צו שטיין על המשמר און זיכער מאכן אז די פרייזן בלייבן ביליג ושוה לכל נפש, און די זעלבע זיכער צו מאכן אז די זמני החתונה ווערן אפגעראכטן פרי און ענדיגן זיך פרי וואס דאס איז די יסוד צו האלטן ביליג די פרייזן, און דער רבי האט מעורר געווען אויף פארשידענע פירצות וואס כאפן זיך אריין ביי אונז צווישן אנדערע איבער גראמען ביי חופות און אזוי אויך אויפגעפאדערט צו געבן א מצוה טאנץ נאר פאר די זיידעס און אנשים מכובדים,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען איבער די פראבלעם פון פארברענגען אין די נאכט אריין און מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט סיי מענער און סיי פרויען וואס דאס פארדרייט די גאנצע טאג און עס איז נישט קיין נארמאלע לעבן אזוי וחפץ ה' בידינו יצליחו מען זאל עס קענען טוישן און צוריקשטעלן די לעבן ווי נארמאל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 8:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' אלמנת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו ע"פ אחיו ע"ה.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די רדיפת הדת אין ארה"ק דורך די ציונים ימ"ש, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~