מאנטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמעון פילאפף הי"ו.
ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו.
ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 אזייגער איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי עס זענען געריפן געווארן אלע רבנים ודיינים און גבאים פון אלע בתי מדרשים שע"י קהלתינו הק' אין ק"י,
עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך "בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהן אוה"ע מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהן ואמר להן הביאו לי שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז א זאך וואס מען קען נישט זאגן אויף דעם אז מיין טאטע האט אזוי געטוהן איז א סימן אז עס טויג נישט, און דער רבי האט אויסגערעכנט פארשידענע פירצות וואס אמאל איז דאס נישט בייגעפאלן נאר דאס קומט פון די מהות המדינה פון וועלן האבן באקוועמע אידישקייט, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו זיכער מאכן אז די בתי מדרשים ווערן געפירט כרצונו פונעם מייסד העיר רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ולאחריו ע"י רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דער רבי האט מעורר געווען די חשוב'ע רבנים אז עס ליגט א פליכט אויף זיי צו שטיין על המשמר ביי זיך אין ביהמ"ד און מרומם זיין די קרן התורה מיטן האלטן דרשות און פארלערנען שיעורים, 'ישראל קדושים הן' יעדער וויל זיין גוט מען דארף נאר מעורר זיין מזאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאכן יצר הרע, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
ארום 8:55 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה דוד ווייסבערג הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג נשא אין ביהמ"ד פויזנא בשכונת זרע קודש,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה דוד הי"ו ובני משפחתו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די דערהויבענקייט פון קרית יואל נאך וואס דער רב שליט"א האט געוויילט אויף די פארגאנגענע שבת בצל הקודש, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~