זונטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו.
ב"ר יואל בנימין צין הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס און הר"ר יודא ביקעל שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~