שבת קודש פרשת בחוקתי - מבה"ח סיון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בחוקתי - מבה"ח סיון=
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה שלמה ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד בדרכי שמואל עטה"ק בבני ברק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א - ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרב נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכת המזון: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א - רב דביהמ"ד ראצפערט בבית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט אייר.
קה רבון עלם: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
כהן: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: 'פעסיל' ע"ש הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
שביעי: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
אחרון - חזק: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' צבי אלימלך ווערצבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים יודא באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שאול בר"מ פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב לוי יצחק טויב שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן רש"י די וואך 'סבתא בביתא סימא בביתא' און ארויסגעברענגט אז ווען מען גיבט א נאמען נאך א באבע און די קינד פירט זיך בדרכי אבות ברענגט מען אריין א אוצר אין שטוב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח, כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
דער רבי האט פארענדיגט מיט דברי הכנה צום יו"ט שבועות הבעל"ט, און געזאגט אז די מעמד הדלקה ל"ג בעומר איז געווען א הכנה צום יו"ט שבועות און מען האט זיך מקשר געווען צום תנא רשב"י, אבער יעצט דארף מען א הכנה אויף למעשה און דאס איז נאר מיט לימוד התורה, און דער רבי האט אויפגעפאדערט דעם ציבור אנשי שלומינו זיך צו גרייטן צום יו"ט שבועות מיטן לערנען ספה"ק אור החיים פרשת יתרו יעדן טאג אביסל ביז יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר אהרן ישעי' באב"ד שליט"א - מאנסי.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו און ארויסגעברענגט אז ווען מען גייט אויף די וועגן דארף מען ספעציעל נזהר זיין אפצוהיטן די אויגן און נישט קוקן וואו מען טאר נישט ווייל מען קען מיט איין ראי' אסורה פארלירן אלע מצוות ומעשים טובים וואס מען האט זיך אנגעפלאגט אלע יארן, און ספעציעל אין די חדשי הקיץ ווען די נסיונות זענען שטערקער און שווערער און בפרט דא אין אזא טריפה'נע מדינה דארף מען אכטונג געבן ווי מען קוקט, און אויב מען ביישטייט די נסיונות קומט אראפ אלע השפעות טובות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר נחמן בראך שליט"א, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן דירה און זיך אומגעקוקט און דערביי האט זיך פארצויגן א שמועס בהלכה איבער הלכות מעקה,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן ספרים שטוב מיט א ברכה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די שכונה ווי דער רב שליט"א וועט מפאר זיין בראש השכונה און דינען אלץ רב פונעם צענטראלן ביהמ"ד 'בית אלעזר' וועלכע ווערט געבויעט ברוב פאר והדר, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~