מיטוואך בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בחוקתי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם פארגעס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר''ר אנטשיל קארפען שליט"א.
ב"ר יואל ראכליץ הי"ו.
ב''ר נפתלי אלי' שמחה וויזענפעלד הי"ו.
ב''ר משה צבי בערנאטה הי"ו.
ב''ר שמחה נתנאל מיללער הי"ו.
ב''ר שמעון יואל האלד הי"ו.
ב''ר שמעי' קרויס הי"ו.
ב''ר יוסף שאול ליכטנשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
ביים לחיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פארלאפענע ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, און דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות פון די געהויבענע מעמד הדלקה דא אין ק"י במעמד רבבות אלפי ישראל.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 9:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום אסיפה גדולה 'להעמידם' אין בעפארגרייטונג צום גרויסן קאמפיין וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך למען קיום המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון וועלי טערעס,
דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 10:35,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און רבני קהלתינו שליט"א,
חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט דער יושב ראש המעמד הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א אויפגעריפן האברך ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די פרטים פונעם קאמפיין,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, וועלכע האט משמיע געווען די דבר המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק וחובת השעה, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די סדרה הייבט זיך אן 'אם בחוקתי תלכו' און נישט 'אם בחוקתי תלמדו' ווייל דאס קומט אונז זאגן אז ס'איז דא אמאל וואס מען דארף גיין נאך געלט כדי שתהא עמלים בתורה מען זאל קענען ממשיך זיין מיט די הרבצת התורה,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שווערע מצב אין וואס די מוסדות געפינען זיך און ארויסגעברענגט די אחריות וואס יעדער דארף צו שפירן צו ראטעווען די מוסדות און זיין א עסקן און שאפן גרויסע געלטער, וואס טראץ נישט יעדער קען געבן גרויסע געלטער קען אבער יעדער שאפן גרויסע געלטער, מען דארף נאר פרובירן,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט א מעשה אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע איז אמאל געווען אין א שטאט און ביים פארלאזן די שטאט האט דער גאנצער ציבור באגלייט מיט א גרויסע התלהבות און דער רבי ר' אלימלך זי"ע איז אראפ פונעם וואגן און זיך געשטעלט צווישן דער ציבור און געזאגט נאכדעם אז ער האט געזען די גרויסע התלהבות וואס דער ציבור האט געהאט האט ער אויך געוואלט האבן א חלק אין דעם, האט דער רבי געזאגט אז ער קומט דא קיין מאנסי און ער זעט די גרויסע התלהבות וואס הערשט ביי אנשי שלומינו וואס רוב ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן לפחות אכצן טויזענט דאלער במילא וויל ער זיך אויך משתתף זיין מיט דעם סכום פון אכצן טויזענט דאלער לכבודו פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן די געלט פארן רב שליט"א, און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז חפץ ה' בידכם יצליחו מען זאל קענען שאפן די געלטער וואס מען האט זיך אינטערגענומען און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער איבערגעבן די שטרות פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט איבערגעקוקט די גרויסע סכומים וואס דער ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן ביים קאמפיין און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם פערזענליך,
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינעם ביהמ"ד אויפן צווייטן שטאק פונעם זאל און געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 11:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~