דינסטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בחוקתי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שרגא שמואל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף יודא שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אריאל מרדכי ג'ברא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
ביים לחיים האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מאטעלע מטשערנאבל זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ' אייר.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א - גאב"ד אנטווערפען וועלכע האט זיך באדאנקט בשם די צענדליגע אלמנות תושבי אנטווערפען וועלכע האבן מיטגעהאלטן די הערליכע 'שבת מלכתא' פאר די הונדערטער אלמנות פון איבער גרעיטער אייראפע אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א,
דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן די גריסן וואס ער האט צוריקגעהערט פון די אלמנות וועלכע האבן זיך שטארק מחזק געווען מיט די שבת בכלליות און בפרט מיט די שטארקע דברי חיזוק וואס רבינו שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוקאפ לעת כניסת השבת,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל ראזענפעלד ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ישיבת סערדאהעלי פון ב"פ אין שפיץ פון בני האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אפנעמען ברכת הקודש לרגל די קאמפיין לטובת הישיבה וואס קומט פאר אין די קומענדיגע טעג אין ק"י,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די ישיבה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~