מאנטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בחוקתי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה יעקב ברד"מ ניישטאדט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין ראבינאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"י שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די ראשי העסקנים וועלכע האבן אנגעפירט מיטן מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי מיט די באטייליגונג פון רבבות אלפי ישראל,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, וועלכע האט אויסגעשמועסט די פילע פרטים וואס זענען אריין אינעם מעמד און בפרט איבער די ריזיגע צאל מאכלים און משקאות וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די צענדליגע טויזענטער אידן,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס, און הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~