זונטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בחוקתי=
~ל"ג בעומר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל פעלדמאן הי"ו.
ב''ר שאול בראך הי"ו.
ב''ר חיים פארגעס הי"ו.
נאכן דאווענען ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און ארויסגעברענגט אז בזכות פון רבי שמעון בר יוחאי האט מען מקבל געווען די תורה, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע איד פילט אזא שמחה אין דעם טאג פון ל"ג בעומר וויבאלד מען פרייט זיך מיט די תורה הקדושה וואס מען האט באקומען בזכות רבי שמעון, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול צד דרום,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
נאך עטליכע קורצע מינוטן איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן שטח הענקי שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות רבבות אלפי ישראל,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד, ווי דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר לענגערע מינוטן, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
ארום 8:15 האט דער רבי אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די אגרא דכלא אז 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און ארויסגעברענגט אז רבי שמעון בר יוחאי זאגט אז "קודשא בריך הוא אורייתא וישראל חד הוא" און פארדעם איז ח"ו שתשתכח תורה מישראל ווייל דאס האקט אפ די קשר נצחי, און פארדעם איז מרומז רבי שמעון אין די ווארט בראשית וויבאלד אויב איז דא שכחת התורה ביי כלל ישראל איז נישט דא קיין קיום העולם במילא נאר צוליב די גזירה פון רבי שמעון אז ח"ו שתשתכח תורה מישראל האט די וועלט א קיום,
און פארדעם צינדט מען אן אורות לכבוד רבי שמעון בר יוחאי וויבאלד אונז זעמיר מתפלל אז די כח האש און די קדושת התורה פון רבי שמעון זאל אריינשיינען אין יעדע אידיש הארץ און מעורר זיין א חשק צו לימוד התורה טראץ די גרויסע נסיונות וואס א מענטש גייט אדורך יעדן טאג און דאס איז אונזער תפילה דעם טאג פון ל"ג בעומר,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז עס איז פארשטערט געווארן די שמחה באתרא קדישא מירון און די שמחה איז נישט כראוי ווי יעדע יאר, זעמיר אונז מתפלל אז עס זאל זיין חשוב פאר אים די צוזאמקומען דא מריחוק מקום אזא ריזיגע ציבור וואס פרייען זיך בשמחתו כאילו מען איז במקומו, און עס זאל אראפקומען אלע השפעות קדושות מען זאל זוכה זיין צו זען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות, זיסע פירות, ערליכע קינדער און אייניקלעך בבריאות השלימות און מען זאל ניצל ווערן פון יעדע צער און געהאלפן ווערן מיט רפואות, פרנסה, שידוכים, וימלא ה' כל משאלות לבנו לטובה, און די זעלבע ברוחניות הוא יפתח לבנו בתורתו מען זאל קענען שפירן א עריבות ומתיקות אין די תורה הקדושה, ביז אונז וועל מיר זוכה זיין בזכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי צו גיין אנטקעגן משיח צדקינו בב"א.
דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט לענגערע ניגוני התעוררות ווי דער רבי האט מוריד געווען נחלי דמעות,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגן צום מדורה און ארויף אויפן ספעציעלען פלאטפארמע ווי מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דערנאך האבן די נדבני ההדלקה איבערגעבען זילבערנע קריגלעך מיט אויל פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט געגאסן די אויל אויפן מדורה, דערנאך האט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פאקל מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה,
נאכן אנצינדן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בהתלהבות אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און האט געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד און מען האט פארגעזעצט מיט די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, און דערנאך ווייטער מיט ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט,
ארום 10:25 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור צו ממשיך זיין מיט די ריקודין,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
~🌴~