מוצ"ש - ליל ל"ג בעומר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש - ליל ל"ג בעומר=
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די מעמד החאלאקעס במעמד אלפי אנשי שלומינו,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות,
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די צענדליגע קינדער, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן פאר די עלטערן און זיידעס און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און ניגוני אהבת התורה בשעת די חאלאקע קינדער טאנצן בחלל הביהמ"ד אינאיינעם מיט זייערע עלטערן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות וברכת הקודש פאר די חאלאקע קינדער און פארן גאנצן ציבור,
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת מלוה מלכה,
פאר די פיש האט מען פארקויפט די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי,
מיטן אנצינדן זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה וניגוני ל"ג בעומר,
דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און אמר רבי עקיבא מיט גרויס התרגשות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען צמאה מיט גרויס התעוררות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קישור סוף התורה לתחילתה 'לכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית' אויף וואס דער אגרא דכלא זאגט אז 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און ארויסגעברענגט אז אין זוהר הק' ווערט נתגלה אז ביי יעדע מצוה וואס מען טוט איז שורה די שם הוי"ה אויף יענע אבר מיט וואס מען טוט די מצוה און דאס ברענגט אז די מלאכי חבלה זאלן מורא האבן און נישט קענען טוהן קיין שלעכטס,
דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע אז פון ל"ג בעומר קומט שוין אראפ די השפעות פון יו"ט שבועות און דאס איז וויבאלד דורך די קדושה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אויפגעוויזן געווארן פאר די מלאכים אז א ילוד אשה קען זיין גרעסער ווי א מלאך און עס איז מבוטל געווארן די טענות פון די מלאכים, קומט אויס אז כלל ישראל האט באקומען די תורה בזכות פון רבי שמעון בר יוחאי, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען געזינגען נאך עטליכע ניגונים,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן פאלאק שליט"א - אב"ד בערעגסאז אלעד.
מען האט געענדיגט ארום 2:30 און ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
~🌴~