שבת קודש פרשת בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהר=
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד אור יוסף אין פראנקרייך.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - לאנדאן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רזונאי הי"ו - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחוב לאחרים.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים אויף ביר און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו - מאנטשעסטער.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' גדלי' צבי גליק הי"ו - מאנטשעסטער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א, בן האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א פון פארשעי.
שלישי: החתן שלמה יקותיאל ב"ר הלל ניימאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
חמישי: ר' שלמה משה ראטה הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' מיכאל יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: ר' יעקב ב"ר יוסף פערל הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו.
שלישי: הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף גלויבער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר און ארויסגעברענגט אז עשירות וואס קומט פון הקב"ה אליינס שאדט נישט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות און דאס קומט ווען מען פירט זיך בענוה, און פארדעם איז מרומז די הר סיני ביי שמיטה ווייל די הר סיני ווייזט אויף ענוה און ווען עס איז דא ענוה קען זיין וצויתי את ברכתי.
ידיד נפש: הרה"ח ר' הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א.
קל מסתתר: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
~🌴~