פרייטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בהר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א בבנין הת"ת 'בנין קליין'.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד זיך אומקוקן אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב ומו"ץ ביהמ"ד בנין בראך וומ"ס.
ב"ר חנוך דוב הורוויץ הי"ו.
ב"ר יושע דוב שווארטץ הי"ו.
ב"ר בנימין בלעקמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי ספירת העומר זעט מען אז מען ציילט יעדן טאג מער ווי די פריערדיגע טאג און דאס קומט אונז זאגן אז מען דארף זיין מוסיף והולך און שטייגן יעדן טאג מער און מער, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
א גוט שבת.
~🌴~