דאנערשטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די הנהלת התאחדות אברכים שע"י קהלתינו הק' אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די מעמד 'יומא דרבי שמעון' ווי אלפי אנשי שלומינו וועלן אויסניצן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר מיט שעות פון לימוד התורה און אמירת תהילים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פיש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף גרובער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים שרגא פריעד הי"ו און הרה"ח ר' שלמה ברש"י אפפעל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~