פרייטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פישל זינגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו.
ב"ר אברהם הלל שפיטצער הי"ו.
ב"ר חנני' יו''ט ליפא פייערשטיין הי"ו.
ב"ר משה דוד גוטמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:30 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די אריבער 200 אלמנות פון איבער גאנץ אייראפע וועלכע געפינען זיך ביים דערהויבענעם 'שבת מלכתא' אויף א פראכטפולע פארנעם אינעם ספעציעלן רעזארט נעבן לאנדאן אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א.
ארום 5:00 אזייגער נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען די וואלענטירן און די קינדער פון די 'אחים ביחד' ארגאנאזאציע לרגל א גרויסע שבת התחזקות וואס קומט פאר דעם שבת בשכונת טשעסטער ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - מנכ"ל איבער די פילע פעולות פונעם ארגענעזאציע,
דערנאך האט דער רבי געזאגט קורצע דברי התחזקות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער.
א גוט שבת.
~🌴~