דאנערשטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אלי' שטיינמעטץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק פאגעל הי"ו און הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~