זונטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק א'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהדורת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו און הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~