שבת קודש פרשת קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קדושים=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר אנשיל גרובער שליט"א - מאנסי, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת לילדי ספרד עטה"ק בצפת.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק קדושים תיהיו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו, נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דאנערשטאג א' אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
לוי: ר' אברהם שמחה הירש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: ר' ישראל ברוך אונגאר הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' משה שמאיע הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק לאנדא הי"ו.
שביעי: ר' מענדל ב"ר יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' יעקב גרובער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
שלישי: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב,
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר זאפיר הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון מצות שבת איז מען זוכה צו הערן דעם קול ה' און הייסן א קדוש, אבער דאס איז נאר אויב מען פירט זיך שבת בקדושה און מען היט שבת די דיבורים און מען רעדט נישט קיין דיבורים אסורים אום שבת, אזוי אויך אויב מען פירט זיך בקדש עצמך במותר לך ווערט מען אנגעריפן א קדוש.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו - מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו - וומ"ס, און נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה דבאבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:00 אזייגער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת קישור החיתון פונעם הויז בחור החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס און מען האט געמאכט קבלת קנין,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.
~🌴~