דאנערשטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קדושים=
~בדר"ח אייר~
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:25,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל ברא''י עקשטיין שליט"א.
ב"ר יואל זארגער הי"ו.
בעל תפילה: הבחור המשב''ק חנני יו''ט ליפא דייטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
כהן: הב' יחיאל שלמה ב''ר משה חיים פריעדמאן הי"ו.
לוי: הב' יחזקאל שרגא ב''ר יואל ברמ''ב לאנדא הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ב''ר יואל זארגער הי"ו.
רביעי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ברא''י עקשטיין הי"ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: ר' יואל זארגער הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הב' אהרן בן הר"ר דוד לייב קרויס שליט''א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:50,
בעל תפילה: ר' משה כ''ץ הי"ו,
און מעריב ארום 9:40,
בעל תפילה: הב' שמואל יהודה בן הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 10:15, איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן שע''י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו ,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שטיינמעץ הי"ו און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
דערנאך איז די רבי צוריק געפארן לבית האכסניא.
א גוטע נאכט.
~🌴~