דינסטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קדושים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א.
בהר"ר ברוך בר"א עקשטיין שליט"א - שו"ב.
בעל תפילה: הב' שניאור זלמן בהר"ר יואל עקשטיין שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני שחיטה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45,
בעל תפילה: הב' שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
און מעריב ארום 9:45,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו,
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~
:🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קדושים=
~אדר"ח אייר~
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א.
ב"ר משה אברהם גראס הי"ו.
ב"ר יושע ביקעל הי"ו.
ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' משה אברהם גראס הי"ו.
כהן: הב' הבר מצוה בהר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א.
לוי: הב' אהרן ב"ר צבי מאנדל הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
רביעי: הב' הבר מצוה ב"ר משה אברהם גראס הי"ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יושע ביקעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארן קיין אייראפע אויף מקומות הקדושים, און בפרט איבער פארן קיין אוקריינע אין די יעצטיגע מלחמה טעג.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45,
בעל תפילה: הרה''ח ר'חיים הערש אבערלענדער הי"ו,
און מעריב ארום 9:30,
בעל תפילה: הר''ר חיים דוד פארגעס שליט''א,
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 10:10, איז די רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן שע''י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו און הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
דערנאך איז די רבי צוריק געפארן לבית האכסניא.
א גוטע נאכט.
~🌴~