זונטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קדושים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאלילאף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר ישראל פריינד שליט"א.
ב"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
ב"ר ישראל מנחם שניצלער הי"ו.
ב"ר יודא ארי' לאוב הי"ו.
ב"ר משולם זושא לעווי הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק',
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס און סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה לפני עלי' לציון,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בזאת יבא אהרן אל הקודש און ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג צו שטייגן אין עבודת השם איז נאר דורך די תורה הקדושה, סיי אינג און סיי אלט! און נאר מיט די תורה קען מען פילן א אמת'ע שמחה און תענוג,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע יגיעות התורה פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע וואס האט יעדע איבריגע מינוט עוסק געווען אין לימוד התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:25 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ווען דער רבי איז אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט,
דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע,
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו בשכינות ק"י ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע טעג,
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~