שבת קודש פרשת אחרי - כ"ו ניסן יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע - שבת מבה"ח אייר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אחרי - כ"ו ניסן יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע - שבת מבה"ח אייר=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך די שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו אלע תפילות לרגל די יומדה"ק,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, און נאך מעריב געציילט ספירה ביים עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10,
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בהרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראשי מבצר הכוללים ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחרי מות שני בני אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש בתורתו פונעם בעל הילולא זי"ע אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון מר אביו רביה"ק זי"ע.
קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית,
הלל הגדול און די שירה האט מען געזאגט פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
חמישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
שביעי: ר' יואל בהר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
גלילה: הר"ר אברהם וואלף ברח"ב פילאפף שליט"א.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די יומדה"ק בביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו'.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' משה קבל תורה מסיני,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע מידות פון רביה"ק זי"ע, און די שטארקע קשר וואס רביה"ק זי"ע האט געהאט צו קרית יואל, און ארויסגעברענגט די שטארקע שמחה מיט די הרחבת גבולי הקדושה אין ק"י, און מעורר געווען אלע אנשי שלומינו איינצוהאלטן אלע תקנות פון קהלתינו הק' בכלליות ובפרטיות, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען נישט צו דאווענען שפעט סיי אינדערוואכן און סיי שבת, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 8:05 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה,
נאך קדיש האט דער רבי געמאכט די עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב גראס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בזאת יבא אהרן אל הקודש און ארויסגעברענגט אז בזכות מצות מילה גייט אריין א כח פון מסירות נפש אין יעדן איד זיך צו לאזן הרג'ענען לכבוד שמו יתברך און מיט דעם איז מען מקיים די יום המיתה און עס ניצט תשובה אפילו אויף די הארבע עבירות וואס עס פעלט זיך ח"ו אויס אז די יום המיתה זאל מכפר זיין,
אזוי אויך האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם ייטב לב זי"ע אז אויפשטיין פארטאגס לערנען איז אויך א ענין פון מסירות נפש, און דער רבי האט מעורר געווען זאגענדיג אז מען הייבט יעצט אן א נייע זמן סיי די בחורים און סיי די אינגעלייט און בעלי בתים און מען זאל זען עס מקיים צו זיין און אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה ביים עמוד,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא ומגבית השנתי לטובת כולל עצי חיים,
דער רבי האט זיך געוואשען צום סעודת הילולא,
פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים,
במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קניזשא,
ארום 1:20 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בזאת יבא אהרן אל הקודש, און א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנת בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן נאכזאגן א דבר תורה פון א צדיק איז שפתותיו דובבות בקבר און דאס איז מעורר אז די צדיקים זאלן מתפלל זיין פאר אונז און מען זאל קענען אויסבעטן אלעס גוטס,
און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע בג' עמודי עולם, זיין גרויסקייט אין תורה, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, און געווען א אב הרחמן ללבות נשברות, די ווארימע דרשות, די זיסע תורות, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט,
"והיה כאשר ירים משה וגבר ישראל"
דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות מיט די מלחמת הציונות מיט אירע אלע מלבושים, און ארויסגעברענגט די שווערע מצב בארה"ק סיי מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף אסאך רחמי שמים ניצל צו ווערן דערפון, און סיי איבער די מצב המלחמה בארה"ק וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט און מען דארף אויך רחמי שמים אז עס זאל גארנישט קאסטן פאר כלל ישראל,
באזונדער האט דער רבי דערמאנט אז דא אין ניו יארק דארף מען אויך רחמי שמים ניצל צו ווערן פון די גזירת החינוך און מען איז מתפלל אז די ערליכע עסקנים זאלן קענען אויפטוהן און מבטל זיין די גזירה, און בפרט אז עס זענען דא עסקנים וואס זענען חלילה גרייט צו מאכן פשרות אינעם חינוך רח"ל,
דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות פון רביה"ק זי"ע בעניני צניעות, און בפרט איבער די לאנגע שייטלען, און אויפגעפאדערט אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר נזהר צו זיין אין דעם, און מחזק געווען די תקנת המוסדות נישט אנצונעמען קיין תלמידים פון אזעלכע שטובער ווי מען גייט מיט לאנגע צולאזטע שייטלען, און די זעלבע מיט די יצר הרע פון די טמא'נע כלים וואס מאכט חרוב די נשמה און די גאנצע שטוב, והיה מחנינו קדוש!
דערנאך האט דער רבי דערמאנט די פעולות פון רביה"ק זי"ע צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק', סיי די בתי מדרשים און סיי די בתי חינוך איבער די גאנצע וועלט, און דער רבי האט מעורר געווען אנשי שלומינו צו דאווענען דוקא אין אונזערע בתי מדרשים און נישט דאווענען אין פרעמדע פלעצער ווי מען קען נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות און מיינונגען,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען נישט נשפע צו ווערן פון די מחנה מגושמים,
עס איז געווארן א מאדע צו קומען שבת אינדערפרי אין ביהמ"ד אן א שטריימל, נישט אזוי קומט מען אין ביהמ"ד! "בבית אלקים נהלך ברגש" בדרך כבוד ווי עס פאסט, און די זעלבע נזהר צו זיין בכבוד ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען וכו', אזוי אויך איבער די שלעכטע מנהג פון די גרויסע קידושים נאכן דאווענען וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב פון די דירות מאנגל אין ק"י און געזאגט אז מען האט אויפגענומען א וועד בעלי בתים וואס קוקן אדורך אלע מעגליכקייטן וואס מען קען טוהן וחפץ ה' בידינו יצליחו,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער כולל עצי חיים וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל הילולא זי"ע לשמו ולזכרו פון אביו מרן בעל עצי חיים זי"ע און שטייט היינט בנשיאות אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".
~🌴~