פרייטאג אחרי ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אחרי ב'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנציון לעווי הי"ו.
ב"ר יצחק אפעל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע בחדר אברהם יודא בביהמ"ד הגדול,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
א גוט שבת.
~🌴~