דאנערשטאג אחרי ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אחרי ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים מאסרי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
ב"ר שמואל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו.
ב"ר ישעי' בנימין הירש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכת אילנות,
דער רבי האט באטראכט די בלומען אויף די ביימער און געמאכט די ברכה,
דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו ובני משפחתו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~