זונטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תזריע=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
ב"ר בנציון יעקב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם יודא קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, ונכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו האט ממשיך געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן דיין שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 8:35.
ארום 8:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' יואל מערמלשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה בביתו נאוה קודש לטובת 'קרן לב אהרן' להחזקת מוסדות יטב לב בארה"ק,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 אזייגער לביתו נאוה קודש,
עס זענען אנוועזנד געווען א צאל נגידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלץ שותפים אינעם קרן,
במשך די מסיבה האבן די חשובע נגידים געהאט די געלעגענהייט צו איבערגעבן פאר רבינו שליט"א די גרעסערע סכומים און אינטערשרייבן די שטרי שותפות, און דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו ובניו ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~