שבת קודש פרשת שמיני - שבת החודש - מברכים חודש ניסן - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן הגה"צ…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמיני - שבת החודש - מברכים חודש ניסן - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יצחק ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו, און החתן גדלי' ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו.
ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדותינו הק' אין ק"י, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל הבית רחל.
קבלת שבת: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א - ראה"כ באבוב 45.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' בבית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' בלינדען.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידום אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.
קה אכסוף: דער מחותן הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו.
שלישי: נכד רבינו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א.
רביעי: הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א.
חמישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
שישי: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
שביעי: החתן יעקב ב"ר יואל סאאל הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן יצחק ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
החתן גדלי' ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו - באווארפען.
החתן אברהם ב"ר אליעזר געלב הי"ו.
החתן ישעי' ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
אחרון: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף אלי אייגנער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל אייגנער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו.
ר' יצחק פארקאש הי"ו.
ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו.
ר' חיים אברהם בראך הי"ו.
ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש,
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' צדוק היילברוין הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחת עלי' לתורה,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מאמר חז"ל 'קשה זיווגו של אדם כקריאת ים סוף' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס מען לויבט הקב"ה אויפן טוב העתיד איז הקב"ה מצרף די מצוות פונעם עתיד, במילא איז נח לו לאדם שנברא משלא נברא, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר חיים אלישע גראסמאן שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו - אוסטראליע.
שלישי: הרה"ג ר' משה פאללאק שליט"א - אב"ד דיערעש וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - ב"ב.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת החודש 'החודש הזה לכם ראש חדשים' און ארויסגעברענגט אז יציאת מצרים איז געווען בזכות פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען אמונה אין הקב"ה אין זיינע קינדער עד סוף כל הדורות און דורכדעם איז מען מקושר אין הקב"ה במילא באקומט מען א חיות דקדושה און מען ווערט נישט נדחה און עס ניצט תשובה אין אלע זמנים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ראטענבערג הי"ו - מאנסי.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית ברכה סימא אשת חבר פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ה' ניסן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין מאנסי צום סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה,
הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות הסיום האט מכבד געווען רבינו שליט"א צו מאכן די סיום,
דער רבי האט געמאכט די סיום מסכת סוטה והתחלת מסכת גיטין און געזאגט די קדיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בשבח פון חבורת יסודי התורה און ארויסגעברענגט די קשר און חביבות צו קהלתינו הק' אין מאנסי און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 1:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~