דינסטאג ברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ברכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה ברוך כ''ץ הי"ו.
ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר קלמן יעקב ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי געזאגט לשם צל סוכה, און דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש צו בויען די סוכה.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:15 האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~