יום הקדוש שנת תשפ"ז בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ז בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ערב יום הקדוש אינדערפרי ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י צו סליחות,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:20,
נאך סליחות איז דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת, ביים אנקומען האט דער רבי בודק געווען דער חלף, אלס שוחט האט געדינט הר"ר יואל בר"מ ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם,
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים, און ארום געגאנגען זיך אומקוקן אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון הגה"צ רבי יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א - דומ"ץ קרית טאהש.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 בשכונת זרע קודש,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר מאיר מיכאל סאאל הי"ו.
ב"ר מנחם ברוינער הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי און דערביי האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געגעבן לקח פאר רבינו שליט"א כנהוג און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים.
ארום 10:20 איז דער רבי ארויסגעפארן אויפן וועג אריין קיין וומ"ס ווי דער רבי האט געפראוועט די הייליגע טאג יום הקדוש בקרב קהלתינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:30 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף,
פארן זיך וואשן צום סעודה האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד,
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן,
ביים לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר',
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים מיט א שטארקע התעוררות,
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג,
ביי די לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן 'א שנה טובה ומבורכת'
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך בנש"ק הרב פנחס אלימלך ובנו הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט במה אקדם וכו' 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און נאכגעזאגט אז עס ניצט תשובה טראץ נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד ביי א בעל חי זאגט מען נישט דיחוי, און וויבאלד א איד גייט אויפשטיין תחית המתים האט ער א דין ווי א בעל חי,
האט דער רבי געזאגט אז דאס קומט מכח וויבאלד ביי הקב"ה איז די עבר הוה און עתיד אלעס איינס במילא איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד די מצוות ומעש"ט וואס מען גייט טוהן נאך תחית המתים און אזוי ווערט רוב זכיות און מען גייט ארויס זכאי בדין,
די שם הוי"ה ווייזט אויף היה הוה ויהיה וואס דאס קומט זאגן אז ביי הקב"ה איז אלעס איינס, פארדעם בעט מען ביים פיוט 'ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד אבל בזאת אני בוטח באמרו ה' אחד' אז מיט די שם הוי"ה פארזיכער מיר זיך אז הקב"ה רעכנט אריין אונזערע מצוות פון די עתיד במילא גייט מען ארויסגיין זכאי בדין, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:15.
דערנאך איז דער רבי אריין בביתו נאוה קודש שע"י הביהמ"ד ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך.
דערנאך ארום 4:10 איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' וואלף לאנדא הי"ו.
נאך די מקוה ארום 4:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה ביי מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:20.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת,
פארן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול לכבוד היום, דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפן אייגענעם טלית, און אנגעטוהן די טלית, קיטל, וועסטל, און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדן די נרות יו"ט און די יזכור לעכט און א געזינטע לעכט.
פארן גיין אין ביהמ''ד האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
=ליל כל נדרי=
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד,
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' און נאכגעזאגט אז די סיבה פארוואס די אומה"ע האבן געקענט האבן א שליטה אויפן מקום המקדש איז וויבאלד מיט יעדע עבירה וואס א מענטש טוט ח"ו קומט די פגם פון די עבירה אן אינעם ביהמ"ק און דאס גיבט א כח פאר די אומה"ע צו קענען שולט זיין אויפן ביהמ"ק טראץ די גרויסע קדושה פונעם פלאץ,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט בכיות זאגענדיג אז ביי די נסיעה קיין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט האט מען געזען ווי אויפן מקום קודש הקדשים איז ליידער דא א בית טומאה, 'אוי לעיינים שכך רואות' 'כל דור שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו' וויבאלד מען איז מוסיף פרישע עבירות וואס גיבט נאך מער כח פאר די טומאה און די קליפות צו קענען שולט זיין אויפן מקום המקדש, וואלט מען ווען תשובה געטוהן כדבעי וואלט די פגם און די קליפות אוועקגעגאנגען פונעם מקום המקדש און די ביהמ"ק וואלט אויפגעבויעט געווארן,
דער רבי האט ממשיך געווען און נאכגעזאגט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געזאגט בשנת תשכ"ו אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט בשנת תרס"ו אז יענע יאר איז א עת פקידה פאר ביאת המשיח, האט רביה"ק זי"ע געזאגט אז יעדע זעכציג יאר חזר'ט זיך איבער די שנת פקידה און האט שטארק איינגעריסן מען זאל זוכה זיין צו די גאולה בשנת תשכ"ו און נישט ח"ו דארפן ווארטן נאך זעכציג יאר,
דער רבי האט אויסגעפירט מיט בכיות אז ליידער איז שוין יא אריבער נאך זעכציג יאר מען האט געהאפט אז שנת תשפ"ו וועט יא זיין ביאת המשיח אבער ליידער שטייט מען שוין ערב יום כיפור תשפ"ז ועדיין לא נושענו, און דער רבי האט נאכגעזאגט אז ביז יום כיפור ווערט נאך פאררעכנט אלץ די פריערדיגע יאר און אויב וועט מען תשובה טוהן דעם יום כיפור כדבעי קען מען נאך זוכה זיין צו די גאולה השלימה,
לעת כניסת היום האט דער רבי געזאגט ווידו אינאיינעם מיטן ציבור כמנהג רבותיה"ק זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן, און מיט די ספר תורה אין די הענט האט רבינו שליט"א מעורר געווען און געזאגט אז מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה און געזאגט אז יעדע מאל א מענטש טוט א עבירה ווערט עס אריינגעשריבן אינעם ספר תורה און דאס איז טייטש חטאה בכפלים אז חוץ וואס מען דארף תשובה טוהן אויף די עצם עבירה דארף מען אויך תשובה טוהן אויף דעם וואס די עבירה איז געווארן אריינגעשריבן אינעם ספר תורה, און דער רבי האט מעורר געווען צו תשובה טוהן און צו מפייס זיין די תורה אויסצומעקן די עבירות, און דער רבי האט מעורר געווען אז די ספר תורה שטייט און קוקט ווער סאיז יא מפייס און ווער נישט און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, און דער רבי האט מסיים געווען אז אויב מען וועט מפייס זיין די ספר תורה מיט אן אמת וועט די תורה זיין א מליץ יושר פאר כלל ישראל און מען וועט האבן א גמר חתימה טובה.
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, דריי מאל, און ארומגעגאנגען דעם גאנצן ביהמ"ד און אריין אינעם צוגעלייגטן פליגל מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן בנש"ק הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, און הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - דומ"ץ ביהמ''ד אור ישראל אלימלך.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט תפילת מעריב לפני התיבה בהתעוררות רב,
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן: הרה''ח ר' אברהם דוד קארצאג הי''ו,
הרה''ח ר' אנשיל ליכטנשטיין הי''ו,
הר''ר חיים ראובן שעהנברוין שליט''א,
הרה''ח ר' שלמה אליעזר שפילמאן הי''ו,
הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן, הר"ר מיכל ניימאן שליט"א,
הרה''ח ר' חיים הערש גאלד הי''ו,
הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א,
הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א,
הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א,
הר"ר ישעי' יצחק ברי"א רובין שליט"א,
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:30, און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
=יום הקדוש אינדערפרי=
אינדערפרי ביים מאכן די עטיפה אויפן טלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס דער רבי האט אנגעטוהן צו מוסף,
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן הר"ר יו"ט יאזשעף שליט''א - ק"י,
הרה''ח ר' יצחק זינגער הי''ו,
הר''ר יואל שטערן שליט''א,
הרה''ח ר' שמשון דוד גרינפעלד הי''ו,
הרה''ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט''א - מרבני קהלתינו הק'.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הרה''ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו - ב''פ.
רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולדה אצל ר' משה ב"ר דוד יואל רייך הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' פישל שאפפער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:50, און עס איז געווען פויזע.
נאכן ליינען האט דער רבי צוגערופן הר''ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א - מראשי וועד החינוך שע''י מוסדותינו הק' וומ"ס, און זיך נאכגעפרעגט איבער די שטארקע אויפוואכונג איבער די פריצות'דיגע שייטלעך און איבער די תקנות המוסד בעניני כיסוי הראש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט די פרטי פרטים איבער די 'ראשי' אפליקאציעס און אויפגעפאדערט צו שטיין על המשמר בכל תוקף ועוז, והיה מחנינו קדוש.
ארום 1:30 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז געווען יזכור.
ארום 1:45 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש,
דער רבי האט געזאגט קדיש ארום 1:50,
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש ובפרט די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיטן אויפהייבן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי, און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו,
הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו און הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו - ב''פ,
הרה''ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי''ו און הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו - מאנטריאל,
הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - ב''פ,
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו,
הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א,
הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו,
הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו - ב''פ,
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו,
הרה''ח ר' ישראל מנחם קלעפפנער הי''ו,
משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:45.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב''פ.
כהן: הרה"ח ר' פסח קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג.
פתיחת הארון ביי מנחה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו.
נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי,
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:45.
מען האט געזאגט אשרי ובא לציון און דער רבי איז צוגעגאנגען צו נעילה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו.
נאך קדיש האט מען געבלאזן א תקיעה און דער רבי האט אויסגעשריגן לשנה הבאה בירושלים, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 8:15.
דער רבי האט צוגעווארט ביז נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א,
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:35.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין היכל תהילות יוסף ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט און דערביי האט מען געזינגען ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים, און דער רבי איז אריין לביתו נאוה קודש שע"י הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 8:45.
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול ארום 11:20.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן,
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן און געזאגט אז 'עס קומט א גוט געבענטשט יאר',
מיטן פיוט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי אהרן מייזליש שליט"א - רב דביהמ''ד ברך משה ב''פ, בן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט''א.
דערנאך האט דער משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און ארויסגעברענגט אז פון דעם וואס יום כיפור איז מכפר בסופו און נישט מתחילתו איז א ראי' אז מען נעמט אן די שיטת רבינו תם וואס רביה''ק זי''ע פלעגט זאגן אז שיטת ר"ת איז אז ווילאנג עס איז נאך אביסל ליכטיג איז נאך טאג און דאס דארף יעדע איד צו וויסן אז אויב איז נאך אביסל ליכטיג דאן איז נאך טאג, און אויב האט מען אפילו נאר אביסל מצוות איז מען נאך אלץ בבחינת צדיק, במילא אז מען האט געהאלטן יום כיפור ביז עס איז שוין זיכער געווען אינגאנצן נאכט האט מען זיכער גע'פועל'ט,
דער רבי האט אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין אינגאנצן ליכטיג ביי אידישע קינדער און מען זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, און דער רבי האט מסיים געווען און געזאגט אז "ושמחת בחגך" איז בגי' תשפ"ז, און אנגעוואונטשן מען זאל האבן א חג כשר ושמח.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
הגבהת הכוס: הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א - רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.
מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:50, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~