דינסטאג האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג האזינו ב'=
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"א פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:00 אזייגער ביז 10:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימי הרחמים והרצון,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום לערנער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד בערטש אין פלעטבוש,
דערביי איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א - אבד"ק בערטש פלעטבוש,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חסידות אין פלעטבוש,
דערביי איז פארגעקומען די חאלאקע פון נכד הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אזייגער און מעריב ארום 10:20.
~🌴~