מאנטאג האזינו ב' - צום גדלי'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג האזינו ב' - צום גדלי'=
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו.
ב''ר יעקב פאגעל הי''ו - קרית טאהש.
ב''ר יעקב יואל גאלדבערגער הי''ו.
ב''ר יואל ב''ר וואלף פארקאש הי''ו.
ב''ר אברהם פארקאש הי''ו.
ב''ר יעקב ווידער הי''ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה אנשי שלומינו פון לאנדאן זיך געזעגענען נאכן וויילן אויף ראש השנה בצל הקודש.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי א לענגערע צייט אויסגעקליבן אתרוגים לכבוד חג הסוכות הבעל"ט געברענגט דורך הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א - מו"ץ.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן הי"ו.
כהן: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ''ד הוניאד.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו.
גלילה: הרה''ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי''ו.
נאך מנחה אום 6:50 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישות,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן די שבת שובה דרשה און א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון חצי שיעור וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה,
נאך אריבער א שעה צייט האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אויף הרחקה סיי צווישן מענער און פרויען ביי די ארבעט ובפרט הרחקה צווישן אידן און גוים,
דער רבי האט נאכגעזאגט פון בני יששכר אז מען בלאזט פיר מאל שופר ראש השנה, תקיעות דמיושב, שטילע שמו"ע, הויכע שמו"ע, און ביי קדיש תתקבל, זאגט דער בני יששכר אז די פיר מאל תקיעת שופר איז מבטל די יצר הרע פון די ג' עבירות חמורות און די יצר הרע פון לשון הרע,
האט דער רבי אויסגעפירט אז די גזירה פון גיוס בני ישיבות איז כולל אין זיך די ג' עבירות חמורות, און די מלחמות וואס די ציונים מאכן כסדר קומט פון די יצרא דשפיכות דמים, און מען איז מתפלל צו הקב"ה אז די תקיעת שופר זאל מבטל זיין די גזירה פון גיוס בני ישיבות און די כסדר'דיגע מלחמות אין ארץ ישראל,
אויך האט דער רבי מחזק געווען די עסקנים וואס האבן מסדר געווען די עקסטערע באסעס פאר מענער אין קרית יואל, ס'איז א קדושה יתירה, עס פאסט זייער אזא זאך פאר קרית יואל, און מען דארף זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי חיזוק בעניני לימוד התורה און מחזק געווען אלע שיעורי תורה וואס נאר אזוי קען די וועלט האבן א קיום,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי ק"י זאגענדיג אז די מנהלים פון ת"ת און פון די ישיבות זאגן אז מען זעט א חילוק אויף א קינד וואס וואוינט אין קרית יואל אדער אין קרית יואל המורחבת, רביה"ק זי''ע האט מייסד געווען די שטאט און מען דערקענט עס אויף די תושבים אנשים נשים וטף, מען דארף דאנקן הקב"ה אז מען האט די זכי' צו וואוינען אין ק"י און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען איז בוחר ווי צו וואוינען,
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי הדרכה פאר די עלטערן זאגענדיג אז די וועג וויאזוי די עלטערן פירן זיך אויף דאס איז די חינוך פאר די קינדער און מען דארף זיכער מאכן זיך אויפצופירן וויאזוי מען וויל אז די קינדער זאלן אויסקוקן, סיי אינדערהיים און סיי אין ביהמ"ד ביים דאווענען, ביים עסן, ביים פירן די שבת סעודה, וכו', אזוי אויך ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו האבן א קשר מיט די מלמדים פון די קינדער, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט די דרשה ארום 8:05 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן,
מען האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אויסגעפאסט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ''ס שליט''א איבער פארשידענע מנהגי חודש תשרי.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ''ד ארום 9:00 אזייגער.
~🌴~