דאנערשטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בביתו נאוה קודש ארום 8:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר הלל שפיטצער הי"ו.
ב"ר יחזקאל אביגדור קליין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 10:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד,
ארום 12:05 האט זיך די פריוואטע פליגער פון מרן רבינו שליט"א זיך געהויבן אויפן וועג קיין וואשינגטאן די סי צום היסטארישער אויפנאמע אינעם ווייסן הויז דורכ'ן אמעריקאנער פרעזידענט.
ארום 1:00 אזייגער האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם ראנאלד רעיגען אינטערנאציאלע לופטפעלד אין וואשינגטאן די סי,
אינעם לופטפעלד איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורכן דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון קרית יואל פעט רייען,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט אים און זיך באדאנקט פארן שטיין צו די הילף פאר קרית יואל אלעמאל,
פונעם לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צום ווייסן הויז א וועג פון ארום 10 מינוט.
אנקומענדיג צום ווייסן הויז איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך די שטאב פונעם פרעזידענט, וועלכע האבן אריין באגלייט מרן רבינו שליט"א אינאיינעם מיט בנו הגדול הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א צום ספעציעלער אויפנאמס צימער אינעם פרעזידענטליכער פאלאץ וואו מען נעמט אויף אלע חשוב'ע פערזענליכקייטן וועלכע קומען זיך טרעפן מיטן פרעזידענט, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען אלע אנדערע געלאדנטע אדמורי"ם ורבנים שליט''א און עטליכע עסקנים פון יהדות אמעריקע.
מטעם דעם ווייסן הויז זענען געווען אנוועזנד אינעם צימער עטליכע הויכראנגיגע געהילפן צום פרעזידענט, אינאיינעם מיט'ן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון די מאנסי און סקווירא אומגעגנט מייק לאולער, וועלכע זענען געקומען מטעם דעם פרעזידענט אויסהערן די געברויכן פון די חרדי'שע אידנטום אינעם לאנד.
די באאמטע זענען געקומען צוגעגרייט מיט ספעציעלע נאטיץ ביכלעך וועלכע ווערן גענוצט אריין צו שרייבן די ענינים מיט וועלכע די אדמיניסטראציע זאל זיך באפאסן, און דורכאויס דעם זיצונג כסדר אריין געשריבן נאטיצן וועלכע זאכן זאלן צוגעלייגט ווערן צום ליסטע זיך דערמיט אפצוגעבן.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן ביים זיצונג העסקן ר' יואל ראזענפעלד הי"ו פון ק"ק באבוב, וועלכע האט אויסגעשמועסט עטליכע ענינים בנוגע די מוסדות התורה ובתי חינוך אין אמעריקע, און אויך געבעטן די אדמיניסטראציע אויפצופרישן די עקזיסטירנדע אמעריקאנער רעגירונגס אגענטורן וועלכע באשיצן בתי חיים אין אייראפע, און שטארק אפעלירט ביים אדמיניסטראציע ארויסצוהעלפן די אידישע געמיינדעס אין בארא פארק אינעם קאמף איבער דעם מיימאנעדיס שפיטאל.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א גענומען דאס ווארט, און ארויסגעברעגנט פאר די אדמיניסטראציע באאמטע די געוואלדיגע אומרעכט וואס ווערט באגאנגען פאר די חרדי'שע ארעסטאנטן יושבי חושך וצלמות, פאר וועמען די כשר'ע עסן אפציעס וועלכע די טורמעס שטעלן צו זענען ממש נישט אין מויל צו נעמען, און זיך שטארק איינגעבעטן ביי די באאמטע אז אזוי ווי די אדמיניסטראציע קעמפט פאר רעליגיעזע פרייהייט, מוז מען אנערקענען אז א חלק פון רעליגיעזע פרייהייט באדייט צושטעלן נארמאלע כשר'ע עסן אין די טורמעס.
דערנאך האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - ווילידש אדמיניסטראטאר פון קרית יואל יצ"ו גענומען דאס ווארט, און צוגעלייגט אז רבינו שליט"א האט שוין אויפגעברענגט אינעם פארגאנגענהייט ביי זיצונגען מיט באאמטע אז מטעם קהלתינו הק' אין קרית יואל איז מען גרייט צוצושטעלן נארמאלע כשר'ע עסן אין די טורמעס פאר די זעלבע פרייז וואס קאסט שוין יעצט פאר די רעגירונג.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן די אנדערע אדמורי''ם ורבנים שליט''א און די פאליטיקאנטן איבער הילף פאר די ארעסטאנטן, מוסדות התורה, און נאך עניני הכלל.
ביים סוף פונעם אסיפה האט הרה"ח ר' גדלי' הי"ו ווידער אויפגעטרעטן און געבעטן די אדמיניסטראציע זאל צויאגן די שוין באשטעטיגטע הילף פאר די קרית יואל וואסער פייפליין פילטער פלענט, און איבער די אומדערטרעגליכע אימיוניזעישאן פארלאנגען וועלכע ווערן ארויפגעצווינגען אויף די מוסדות התורה באגלייט מיט שווערע שטראפן פאר מינדערוויכטיגע פארלעצונגען.
דערנאך האט העסקן הדגול ר' יודא לייב זארגער הי"ו - עירמאנט ווילידש טראסטי אויפגעטרעטן מיט עדות'שאפט איבער די געוואלדיגע אומרעכטן וועלכע ווערן באגאנגען ביים אנקלאגן חרדי'שע אידן, ווען די פראקורארן פארלייגן זיך אויף מינדערוויכטיגע פארלעצונגען און פארלאנגען גאר שטרענגע טורמע טערמינען וויסנדיג אז א חרדי'שע איד האט נישט קיין שאנסן צו ריינגעוואשן ווערן ביי א געריכט פראצעס צוליב די נאכאנאנדע העסליכע דעקונג קעגן זיי, און די פראקורארן נוצן אויס די פאקט צו פארלאנגען גאר איבערגעטריבענע שטראפן.
צום שלוס פונעם זיצונג איז ערשינען דער הויכגעשעצטער וויצע פרעזידענט פון די פאראייגטע שטאטן דזשעי די ווענס יר"ה, וועלכע האט זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א און די אנדערע אדמורי''ם שליט''א און עסקנים, און ארויסגעברענגט די נאנטע באציאונגען צווישן די אדמיניסטראציע און די אידישע געמיינדע אינעם לאנד, און איבער די אפענע טירן וואס די אידן האבן אין ווייסן הויז פאר אלע אידישע געברויכן,
עס זענען אויפגעברענגט געווארן עטליכע ענינים העומדים על הפרק, און אויסגעשמועסט געווארן וויאזוי די אדמיניסטראציע קען זיין בייהילפיג דערמיט, און דערמיט האט זיך די זיצונג געשלאסן.
נאכן זיצונג האבן די ווייסע הויז איינגעשטעלטע פארלאזט דעם צימער, און רבינו שליט"א האט זיך באגריסט און אנגעוואונטשן פאר כ"ק האדמורי"ם שליט''א א ברכת כתיבה וחתימה טובה און פארפירט שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות.
דערביי האט הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ראש ישיבת בית המדרש גבוה פון לעיקוואד, האט ארויסגענומען א ספעציעלער בריוו צום פרעזידענט וועלכע איז אפגעשריבן געווארן דורך די עסקנים פון די בארימטע מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית וועלכע שטייט אויפן פראנט צו באקעמפן די ביטערע גזירת הגיוס אין ארה"ק, און געבעטן מרן רבינו שליט"א זאל אונטערשרייבן דעם בריוו, און דערנאך האבן אלע אנדערע רבנים אויך אונטערגעשריבן, און דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס גענומען מיט זיך איבער צו געבן פארן פרעזידענט ביים באגעגעניש.
"לפני מלכים יתיצב"
דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריין אינעם פרעזידענטליכער אוועל אפיס, ווי דער רבי האט געהאט א קורצע פריוואטע זיצונג דירעקט מיטן מאכטפולער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ יר"ה, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א פערטל שעה.
ביים אריין קומען האט דער פרעזידענט יר"ה באגריסט מרן רבינו שליט"א,
צום ערשט האט דער רבי באגריסט דעם פרעזידענט מיט די ריכטיגע כבודו של מלכות, און געוואונטשן דעם פרעזידענט אסאך הצלחה,
דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעשמועסט מיטן פרעזידענט עטליכע דברים העומדים על הפרק, און געבעטן דעם פרעזידענט זאל ארויסהעלפן אין די ענינים.
נאך די פריוואטע זיצונג האט מען אריין גערופן די איבריגע געלאדנטע רבנים ועסקנים צום אפיציעלן פרעזידענטליכע אויפנאמע,
צום ערשט האט רבינו שליט"א פארגעזאגט דעם תפילה לכבוד המלכות 'הנותן תשועה למלכים' און געבעטן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו עס איבער צו טייטשן פארן פרעזידענט אויף ענגליש,
דערנאך האט רבינו שליט"א געעפנט דעם זיצונג און שטארק באדאנקט דעם פרעזידענט פאר זיין געוואלדיגע הילף פאר די אידישע געמיינדע אין זיינע ביידע פרעזידענטליכע טערמינען בעבר ובהוה,
דערנאך האט הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך שטארק אנטשולדיגט פארן פרעזידענט אויפן אפוועזנהייט פון זיין פאטער שליט"א, און איבערגעגעבן א ספעציעלער בריוו בשליחות אביו הגדול.
די אויפנאמע האט פארגעזעצט, און רבינו שליט"א האט אויפגעברענגט נאך פארשידענע ענינים העומדים על הפרק אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים, ווי אויך האט גערעדט דער קאנגרעסמאן פון די מאנסי אומגעגנט מייק לאולער,
דער פרעזידענט יר"ה איז זייער איבערגענומען געווארן פונעם באזוך, און האט אלץ א צייכן פון שעצונג געגעבן פאר די אנוועזנדע רבנים א ספעציעלער פרעזידענטליכע מטבע,
צום שלוס פונעם אויפנאמע האט הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א איבערגעגעבן פארן פרעזידענט דעם גע'חתמ'עטער בריוו דורך אלע אדמורי''ם שליט''א בנוגע די ביטערע מצב הגיוס אין ארה"ק.
נאך א לענגערע צייט פון קרוב צו א האלבע שעה האט מען זיך פריינטליך אפגעזעגענט פונעם פרעזידענט און זיך באדאנקט פאר די שיינע אויפנאמע.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט דעם ווייסן הויז אויפן וועג צוריק צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:05 און געלאנדעט אין סטוארט לופטפעלד ארום 5:55.
פון דארט איז דער רבי צוריק געפארן אהיים קיין ק"י און תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. אויפצונעמען אנשי שלומינו לקראת די בעפארשטייענדע ימי הרחמים והרצון.
"דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו"
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:50 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע ברך וויינער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק' וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' יושע ברך הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~