מיטוואך נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט. אינאיינעם מיט די לומדי כולל בוקר שע''י ביהמ''ד סיגוט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בלייך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צו די יערליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין ב"פ ארום 1:15 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען בבית מדרשינו אויף די 15'טע עוו. מלובש בבגדי שבת ווי עס איז פארגעקומען די ברית פון נכד אחיו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, בן הנולד אצל הרב שמעון טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאסוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד אלעסק לינדען שליט"א,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות און דערנאך פארגעזאגט די ברכות וקריאת השם,
נאכן ברית איז דער ציבור איבער וואונטשן מזל טוב,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פארן בעל ברית און פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער משמש הרה"ח ר' אסף וואהלבערג הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל כוללינו 'כולל דברי יואל' ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
דערביי איז געהערט געווארן א הוקאפ פונעם סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא אין ק"י,
ביים אנקומען אין כולל האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א און מיט די חברי הנהלת ורבני הכולל,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די לומדי הכולל און געזאגט אז עס איז א שמחה צו קענען פארלערנען א סוגיא שיעור פאר די כולל אינגעלייט,
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה און ארויסגעברענגט אז א מענטש טאר נישט אונטערשאצן זיינע מצוות ומעשים טובים נאר וויסן אז יעדע קלייניגקייט יעדע חצי שיעור איז חשוב ביי הקב"ה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 2:20 און דער רבי איז אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
ארום 4:10 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען קבלת קהל פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ארום 4:30 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די סוגיא פון חצי שיעור און איבער פארשידענע שתדלנות באזוכן דורך פריערדיגע גאונים און צדיקים ביי מלכים ושרים לטובת הכלל והפרט, און דערביי האט האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אנגעוואונטשן אז רבינו שליט"א זאל מצליח זיין ביי די מארגנ'דיגע אויפנאמע ביים פרעזידענט יר"ה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
עס האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים,
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו.
ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו פאר א הפסקה,
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 12:20.
נאך די זמני כניסה ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון 'די לעגעסי' צום שמחת החתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א, החתן בהר"ר שמואל קליין שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א - אבד"ק טעטש ב"פ, חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט האדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז די גאס.
ארום 12:40 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~