דינסטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה לבן הנולד אצל ר' שמשון אינדיג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארן ברית האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע פליגל וועלכע ווערט צוגעבויעט צום ביהמ"ד און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די בוי פלענער.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישראל שלום בשכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א.
ברכות וקריאת השם: די זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יואל' נאך רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב מרדכי יודא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב הלל בהגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
נאך די זמני כניסה ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית שמואל צבי דספינקא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמורי"ם שליט"א די קינדער און ברודער פון האדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל,
ארום 12:35 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~