מאנטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תצא=
ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, צו דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:50,
דער רבי האט געלייגט טלית און תפילין אין ביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
בעל תפילה: הב' יצחק דניאל ני"ו ב"ר יואל דאנא ע"ה - וומ"ס.
פתיחה: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - מנהל כתה מכינה לישיבה וומ"ס,
בעל קורא: הב' זיידל בהר"ר מענדל פאנעט שליט"א - ב"פ,
כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה מכינה לישיבה ב"פ,
לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א - ב"פ,
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר וואלף לאנדא הי"ו,
הגבה: רבינו שליט"א,
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו,
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי וומ"ס בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעלאזט א קשיא אין די לימודים,
דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי ב"פ בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, און ארויסגעברענגט אז מען דארף הארעווען אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים און אזוי וועט דאס אנהאלטן אויף די שפעטערע יארן, און דאס קען מען נאר דורך לערנען חסידישע ספרים און מוסר ספרים, דאס בויעט אויף אז מען זאל האבן יראת שמים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
ארום 3:05 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי מאנטיסעלא פון די תלמידי מוסדותינו כתות ו' ז' ח' פון וומ"ס און ב"פ,
דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די פיר בתי מדרשים, צום ערשט ביי די בתי מדרשים פון די סניפים פון וומ"ס, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א,
סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א,
און דערנאך ביי די תלמידי ב"פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א,
און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערביי געפרעגט עטליכע שאלות ביי יעדע סניף עקסטער אין זייערע לימודים,
בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זי"ע.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער בחדר האוכל, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז כדי די לימוד התורה זאל האבן א קיום דארף מען קודם האבן יראת שמים, און דאס דארף מען צו וויסן שוין פון די אינגע יארן ווען מען הייבט אן צו לערנען תורה אז אן קיין יראת שמים האט די לימוד התורה נישט קיין קיום, און דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה פון ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומ"ס בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרבני הנגיד ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה,
דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און דערנאך מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו גיסן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ועשית מעקה לגגך און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ, די סיבה פארוואס מען גייט אין קעמפ איז וויבאלד אין שטאט איז גאר שווער נזהר צו זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים שטארק נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד,
דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים וועלכע האבן מנדב געווען די נייע בנינים אז די בחורים זאלן קענען עוסק זיין בתורה אין די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, פאר די הנהלת הישיבה, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די חשוב'ע נדבנים,
מען האט געענדיגט ארום 5:00 אזייגער און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קרית יואל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי חודש תשרי און איבער די באזוכן פון אביו האדמו"ר מליסקא זצ"ל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר ברוך ברא"ש שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און מעריב ארום 12:50.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וחתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג כי תבא אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהלתינו הק' און ווערט פולקאם פינאנצירט דורך נדבת לבם פון אנ"ש חברי קהלתינו הק' און איבערגעבן א באריכט פונעם מעמד חנוכת הבית וואס איז פארגעקומען פריער אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק, און גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית, פארן נייעם גיגאנטישן הויפטקווארטיר פונעם מרכז אין ירושלים עיה"ק וועלכע דינט אלץ נערוו צענטער פאר אלע פעולות המרכז פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און איז אצינד שטארק פארברייטערט געווארן אין א נייעם בנין פון עטליכע שטאק מיט אריבער צען צימערן צו ערמעגליכן צו פארברייטערן די פעולות המרכז אויף א דראסטישע פארנעם אין די יעצטיגע קריטישע תקופה,
די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם באזוך דורך די הנהלת המרכז ביים ירושלימ'ער רב שליט"א, און די נאכפאלגנדע מעמד בראשות די חברי הבד"ץ שליט"א, וואו הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן בשליחות הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
די עסקנים האבן איבערגעגעבן די קידוש השם אז אפילו פון די אגוד'יסטישע קרייזן זענען אויך אנוועזנד געווען פילע רבנים און ראשי ישיבות נאך וואס אפילו אין זייערע קרייזן דערזעט מען זיך מיטן מציאות אז אלע זייערע א.ג. פארטרעטער פון אינעווייניג האבן גארנישט געקענט אויפטון, און די איינציגסטע ווירקזאמע מיטל צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס איז דורך די אפיסעס וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט 13 יאר צוריק נאך איידער איינער האט אפילו באגריפן אז עס שוועבט א געפאר פון א גזירה,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות פונעם מרכז און די אנגייענדע תמיכה דורך קהלתינו הק', און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען הכלל אפצוראטעווען אידישע נשמות פון שמד.
נאך מעריב ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, בבית חמיו אין שכונת ויואל משה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט די וואך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די יולדות,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות האברך ר' אליעזר גפן הי''ו,
דער רבי האט געזאגט א לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה און אוועקגעשיקט די מאמע פון די נעסט מיט א שטעקן, און געמאכט א שליח ר' אליעזר גפן הי''ו אראפצונעמען די אייער, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן אנוועזנדן ציבור.
~🌴~