פרייטאג שופטים - בדר"ח אלול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שופטים - בדר"ח אלול=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ש גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה האבן אפגעווארט די קלענערע קינדער וועלכע זענען סטאנציענירט אינעם בנין הישיבה קטנה, און דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שלמה ראובן ג'ברא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען דארף האבן א זכי' צו קענען נתעורר ווערן לתשובה פון תקיעת שופר און דאס קען מען צוקומען דורך לימוד התורה, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן חודש אלול צו איבערחזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~