דאנערשטאג שופטים - אדר"ח אלול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שופטים - אדר"ח אלול=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א בבנין הת"ת בנין מארקאוויטש.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
ב"ר יעקב יושע קליין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז לימוד התורה איז די בעסטע מליץ יושר ביים יום הדין און דאס איז די פאסיגסטע הכנה חודש אלול, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו צום יערליכע מסיבה לטובת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע פעולות לטובת די פליטים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר די אנדערע חברי הנהלה.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א - אב"ד מיהאלאוויץ לעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~