דינסטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
ב"ר שמואל שאלילאף הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
ב"ר ברוך מרדכי רייך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' צבי מרדכי מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יצחק האכהייזער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' עזריאל בלומענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ שבט הלוי מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים פון די 'הגיבורים' ארגענעזאציע לעניני טעכנעלאגיע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פון די ארגענעזאציע און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי הנהלת מוסדות קרית יואל און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם היינטיגן באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט די ריכטיגע כבוד דורך די טויזענטער תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק בכלל און תושבי ק"י בפרט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~