מאנטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה אין די זאלן פון גינת קליין.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט אלע רבני וועד לטהרנו דקהלתינו הק', הרה''ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הרה''ג ר' בנציון לאוב שליט''א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה''ג ר' יוסף משה שטויבער שליט''א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, הגה''צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א, און הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א,
מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די שטארקע הצלחה בנוגע טעכנעלאגישע כלים מיט די הכשר פון וועד הקהילות,
דער רבי האט אויסגערימט די פעולות פון וועד הקהילות און איבערגעגעבן הוראת קדשו צו שטיין ווייטער על המשמר מיט א פאראייניגטער כח אינאיינעם מיט אלע קהילות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי פנחס פריעדמאן שליט"א - ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א - מדייני בעלזא ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות טריפות, און איבער די נייע בעלזא שטעטל וועלכע בויעט זיך יעצט אין אמעריקע,
דערביי האבן די דיינים ארויסגעברענגט די שטארקע אפקלאנג וואס די דרשות פון רבינו שליט"א האבן בנוגע וואס די ציל פון האבן א אייגענע שטעטל און וואס מען דארף זיכער מאכן ביים בויען א נייע אידישע שטאט, ובפרט נישט צו בויען נעבן א עקזיסטירנדע חסידישע שטעטל וואס דאן מאכט עס חרוב יענעמס הארעוואניע און יענעמס צילן פון בויען א עקסטערע שטעטל, און דאס האט א שטארקע השפעה אויף אלע ערליכע קהילות,
הגה"צ רבי פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
האדמו"ר מסקאליע שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מעין גנים פון זקינו הרה"ק מסקאליע זצ"ל וואס איז לעצטנס איבערגעדריקט געווארן,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~