דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם קליין, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא פריעדמאן.
ב"ר יחיאל מנשה גאטליעב.
ב"ר ליפא וואלהענבערג.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד' ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסע חסדים פון הקב"ה ווי ער האט איבערגעלאזט רביה"ק זי"ע נאכן ביטערן חורבן פון די צווייטע וועלט מלחמה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 5:10 איז דער רבי ארויף און ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידי ישיבות פון אלע סניפים, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט מען געזינגן חסדי ה' אין נאך ניגוני הודאה, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה"ג הלל ראבינאוויטש ר"מ במתיבתא, דערנאך האט אויפגעטרעטן די אורח הכבוד הבנש"ק רבי יחזקאל דוד האלבערשטאם שליט"א וואס איז געווען אינאיינעם מיט רביה"ק בעל הנס זי"ע אויפן באן ביום הצלה און ארומגערעדט זכרונות פון רביה"ק אין די אלטע היים און אין בערגן בעלזן.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט האט דער רבי באגריסט די חשוב'ע גאסט א אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און דער רבי האט אים אנגעווינטשן אז ער זאל דערלעבן משיח צדקינו,
דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט א ווארט פונעם ריזשינער אז 'אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב' טייטשט דער ריזשינער אז דור שכולו 'חייב' מיינט מען אז מען פילט א 'חוב' פון הכרת הטוב פארן אייבערשטער,
האט דער רבי געזאגט אז חייב איז ר"ת יואל בן חנני יו"ט! און אינעם היינטיגן טאג דארף יעדער האבן א הכרת הטוב פאר הקב"ה פארן אונז איבערלאזן רביה"ק זי"ע,
און דער רבי האט געזאגט אז יעדע בחור דארף זיך מתבונן זיין אז ער האט די זכי' צו לערנען אין א סאטמארע ישיבה אינעם שטעטל קרית יואל וואס אי לאו האי יומא איז נישט דא קיין קרית יואל און נישטא קיין ישיבה במילא דארף יעדע בחור האבן א הכרת הטוב פאר הקב"ה,
און דער רבי האט ארוסגעברענגט די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט וואס דער רבי זי"ע האט געהאט צו די בחורים ממש ווי א טאטע צו א קינד, און דער רבי האט צוגעענדיגט אז יעדע בחור דארף האבן א אחריות זיך אויפצופירן ווי עס פאסט פאר א סאטמארע בחור! און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
דערנאך האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שבח והודאה, און ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אינעם נייעם שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר הארטמאן ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען און עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' אליעזר האט אפגעקויפט א שער און א עליוועיטער אין איינע פון די בניני המוסדות אין קרית יואל, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה פון 8:45 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט,
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ליפא האלפערט און ר' הערש אלימלך קליין, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35.
און דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענימען ביז ארום 1:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~