מיטוואך וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך וישב
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ב'.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 און מעריב ארום 5:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
ארום 7:30 איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג צום מעמד אדיר "ונרוממה" סעודת הודאה ודינער השנתי לרגל כ"א כסלו - יום הצלה ושחרור פון כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אינעם 'וואטערפראנט סקווער' אויף קענט עוו.
אלץ יושב ראש המעמד האט געדינט הר"ר יעקב ישראל ישורין רובין שליט"א - ר"מ בישיבת באר התורה דסאטמאר.
ארום 9:00 האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות ווי דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד, און ארומגערעדט איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס.
איידערן מעמד זענען אריין צו רבינו שליט"א דער מעיאר עלעקט עריק עדעמס, אינאיינעם מיט פילצאליגע אנדערע פאליטיקאנטן און הויכראנגיגע פאליציאנטן וועלכע העלפן ארויס קהלתינו ומוסדותינו הק' אויף די לעגאלע און פאליטישע פראנטן, ווי רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר זיי, און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל במעמד רבבות אלפי ישראל ווי דער רבי האט זיך צום ערשט באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות די ניגוני הודאה פון חסדי ה', בך בטחו, עד הנה, און נאך.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים צוערשט פארן אויבן אן און דערנאך פאר די אלופי אלפי אנשי שלומינו.
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן די נועם הכבוד הר"ר יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א - מגדולי המשפיעים בארה"ק.
און מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין.
ארום 10:55 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש והדרכת השנה פאר אלפי אנ"ש די בכל אתר ואתר,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די וואכעדיגע סדרה און ארומגערעדט במשנתו של רביה"ק זי"ע, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע כח האמונה וואס דער רבי האט אריינגעבלאזן אין אונז און נאר דורך דעם האט מען זיך געקענט האלטן.
און דערנאך ארומגערעדט איבער שיינע פירות פון מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר סיי אין די ת"ת און סיי און די בית רחל און אזוי אויך אין די ישיבות קטנות וגדולות, און דער רבי האט דערמאנט די צוויי סניפים פון ישיבת עסק התורה פאר די עלטערע בחורים וואס האבן זיך געעפענט די זמן מיט גרויס הצלחה ב"ה, אלעס בזכותו ובכוחו של אותו זקן.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די אמעריקאניזם וואס כאפט זיך אריין ביי א חלק עולם אין אלע הינזיכטן ווי מען גייט נאך די גשמיות און די תאות אמעריקע, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מען זאל ח"ו נישט ווערן נאכגעשלעפט,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען צו האלטן די בחורים אין די היימישע ישיבות און די געוואלדיגע סכנה פון שיקן די בחורים אויף ארץ ישראל ברוחניות ובגשמיות, און דערמאנט אז מען דארף רחמי שמים סיי ביי די גזירת החינוך אין ניו יארק און סיי ביי די גזירת גיוס אין ארצינו הק' און דערנאך האט דער רבי מחזק געווען די לומדי תורה פון די חבורות דקהלתינו הק' יסודי התורה און תורתך שעשועי,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי שבח אויף די מוסדות אין וומס"ב און געבעטן אז מען זאל צוהעלפן און שטיצן וויפיל מען קען, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב בברכת ביאת גואל צדק בב"א.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט על הכוס, און דערנאך געזאגט די שבע ברכות פארן חתן א' מאנ"ש, און דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די חתן ומחותנים.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:50, אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד.
א גוטע נאכט.
~🌴~