דאנערשטאג ואתחנן - תשעה באב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ואתחנן - תשעה באב=
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:35.
בעל תפילה: הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו.
בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו.
לוי: ר' שמואל היימליך הי''ו - אנטווערפען.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה''ח ר' חיים ישעי' ווייס הי"ו - לעיקוואד.
גלילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה און פארגעזאגט די הפטורה בבכיות רב.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב.
די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו.
מען האט געענדיגט אום 12:45.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:10.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נחמי' ניימאן הי''ו - ק"י.
דער רבי האט געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי''ו - ק"י.
בעל קורא: הב' משה ב"ר יעקב מאיר ווייס הי''ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' יואל ברא"ש כ''ץ הי"ו - מאנטריאל.
לוי: הב' ירמי' מאיר ב''ר זלמן יוסף גאלד הי''ו - ק"י.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי''ו.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:35.
בעל תפילה: הב' יוסף ב''ר משה סימאן הי''ו - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך,
דערנאך האט דער רבי אויסגעפאסט בהיכל הביהמ''ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
דערביי האט מען געזינגען ניגוני נחמה.
דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה נעבן די ביהמ''ד מיט גרויס שמחה, נאך קידוש לבנה איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
~🌴~