מיטוואך ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר יושע גלויבער הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הב' שמואל מאיר ב''ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו - ירושלים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יו"ט תשעה באב וואס גייט זיין לעתיד לבוא.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:10.
בעל תפילה: הב' אהרן ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו - ק"י.
נאך מנחה זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
=ליל תשעה באב=
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד.
איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.
~🌴~