מאנטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' מנחם מענדל ווערצבערגער הי''ו - וומ"ס.
פתיחה: ר' רפאל ווערטהיימער הי''ו - ק"י.
בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו - ק''י.
כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך ר' רפאל ווערטהיימער הי''ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ק"י.
גלילה: הב' יעקב יצחק בהר"ר מיכאל אלימלך רייטשיק שליט"א - לעיקוואד.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער מנהגי אבילות אין די דריי וואכן ותשעה באב.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55 אזייגער.
בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
א גוטע נאכט.
~🌴~