זונטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' אשר לעמיל ב''ר שמואל לאנדא הי''ו - ק''י.
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבערן הייליגן אריה"ק זי''ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט ה' אב.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55,
בעל תפילה: הב' אלי' ב"ר יעקב פארקאש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35,
בעל תפילה: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט''א - ק''י.
נאך מעריב האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הרה"ג רבי מרדכי בעק זצ"ל - ר"י תפארת משה.
א גוטע נאכט.
~🌴~