דינסטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג דברים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: ר' טובי' גדלי' גאלדשטיין הי''ו - ק''י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער רש"י הקדוש וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ט תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' בנימין ב''ר שלמה הערשקאוויטש הי''ו - ק''י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
בעל תפילה: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו - וומ''ס.
נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א וועלכע זענען ארויסגעקומען אויף ראש חודש בצל הקודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~