מאנטאג דברים - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי''ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג דברים - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי''ע=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
עס זענען געקומען צופארן צו תפילת שחרית א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבות קטנות סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט''א און סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט''א, וועלכע שטייען ביידע בראשות הגה''צ אב"ד ור"מ וומ''ס שליט''א, און האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים לטובת הישיבה,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
פתיחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ''ס.
בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו - ק''י.
כהן: הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי"ו - ב''פ.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק''י.
שלישי: רבינו שליט''א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי''ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הב' חיים הערש בן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט''א חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק,
מען האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ניגון וואס אביו רביה"ק זי"ע האט עס אסאך געזינגען בגי צלמות און מיט דעם זיך מחזק געווען אדורכצולעבן די שווערע צייטן, און פלעגט דאס זינגען אסאך אין די שפעטערע יארן מיט גרויס השתוקקות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די חורבן ביהמ"ק איז געקומען וויבאלד מען האט נישט מכבד געווען תלמידי חכמים,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים זאגענדיג אז אויב לערנט מען אין א סאטמארע ישיבה און מען פירט זיך אויף בהדרגה בג' עמודי עולם איז עס א כבוד פאר רבותיה"ק זי"ע ביזן ישמח משה זי"ע, אבער אויב ח"ו נישט איז עס א בזיון תלמידי חכמים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן לחיים און שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די ספר תפילה למשה פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40,
בעל תפילה: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו - וומ''ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~